Satmar Keren Chasanim

מיטצוהאלטן אפדעיטס ווי די נומערן רוקן זיך כסדר ארויף, רופט: #3 7183888283

 

היום תאמצינו! היינט צום ציל! העלפט הונדערטער היימישע חתנים גיין אונטער די חופּה!

 

״קרן חתנים״, די וועלט-באַרימטע סאטמארער צדקה-קאַסע, העלפט ״הונדערטער היימישע חתנים״ יאָר-יערליך צו גיין אונטער דער חופּה מיט אַ פרייליך געמיט!

גאַנצע $6,000, אָט די זעלטענע גרויסע סומע ״באַקומט יעדער חתן״ וואס בעט פאר הילף, צו קענען קויפן פּשוט ״בגדים״ פאר זיין חתונה: שטריימל, בעקעטשע, קליידונג און מעבל צו קענען צוגיין צו זיין שמחה און אויפבויען זיין נייע שטוב בשעה טובה ומצלחת!

מיט׳ן שענסטן מאָס דרך כבוד, אָן פרעגן קיין שאלות, אָן בודק זיין די ציצית, באַקומט ״יעדער חתן וואָס בעט פאַר הילף״ אָט די גאָר באַדייטנדע סומע, אין פאָרעם פון ״טשעקס״ מיט וואָס מ׳קען איינקויפן דירעקט אין געשעפט, זיך אויסצוקליידן ווי אַ מלך און אויסרישן די שטוב לכבוד די חתונה!

אַצינד, מיט׳ן דראַמאַטישן וואוקס אין צאָל חתנים און מחותנים וואָס דאַרפן הילף, און אין אָנבליק פון ״הייבן דעם סכום״ וואָס מ׳גיט צו 6 אלפים, האַלט די ״קרן חתנים קאַסע״ ביים אָפּטרוקענען ח״ו; די הנהלה קען שוין נישט אַליין דערהיייבן דעם לאַסט!

טייערע אידן, די חתונה-מאכן-קריזיס ביים היימישן עולם ווערט ליידער ערגער, און די ״טשעקס״ פון קרן חתנים העלפט די מחותנים זיי זאלן נישט אונטערברעכן פון צער און עגמת נפש און חובות ביי זייער שמחה!

ווי קען מען לאזן א חתן וואס בעט זיך פאר הילף פאלן?

ווי קען מען לאזן א מחותן וואס דערטרענקט זיך אין חובות פאלן?

ווי קען מען לאזן א טאטע-מאמע וואס מאכן חתונה זייער קינד פאלן?

היום תאמצינו! היום תענינו!

היינט קענען מיר העלפן, היינט דארפן העלפן, היינט וועלן מיר העלפן!

 

״200,000 דאָלער״

 אָט די פאַנטאַסטישע סומע דאַרף ״יעצט״ געשאַפן ווערן, כדי מ׳זאל קיין שום חתן נישט דאַרפן אָפּזאָגן פון קליידונג אויף זיין חתונה!

״27 שעה״

אין די לעצטע שטונדן אינעם מעת לעת פונעם גרויסן ראַפעל-קאמפּיין לאָמיר אַלע אינאיינעם זיך אָנשטרענגען, שענקען ״גרעסערע סכומים״, און ״אינאיינעם גרייכן דעם ציל״!

״50 אלפים״

אט די ריזיגע סומע קענט איר געווינען ״דעם היינטיגן זונטאג פ׳ בא ביינאכט״, ווען איר פארזיכערט זיך צו קויפן ווי מער שאנסן אינעם ריזיגן גורל.

 

טייערע אידן: פּתח לנו שער בעת נעילת שער! הונדערטער חתנים בעטן זיך ביי אייך! 

העלפט אונז גרייכן דעם ציל! מאכט גליקליך די חתנים, און ווערט אליין גליקליך מיט׳ן ריזן געווינס!

***

פאר יעדע נדבה פון $20 און העכער באַקומט איר שאַנסן אינעם גרויסן 50,000 גורל